The Klezmatics - Di krenitse lyrics

Published

0 70 0

The Klezmatics - Di krenitse lyrics

דאָרט װי גראָזן זײַנען נאַסער שטײט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט קומען מײדלעך ציִען װאַסער מיט די עמער אַלע נאַכט אונטער זון װי װײַסע בערן װאַקסן טעג אין גרױסן סאָד און אין װײַטקײט פֿון די שטערן טאַנצן יאַטן אין אַ ראָד פֿון די סטעפּעס װינטלעך בלאָזן און אַ פֿײַערל דערברענט קומען מײדלעך אױף די גראָזן מיט די עמער אין די הענט װערט לבֿנה בלאַס און בלאַסער ערגעץ פּױקט מען אין דער נאַכט דאָרטן װוּ גראָזן זײַנען נאַסער שטײט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט