The Klezmatics - Di elter lyrics

Published

0 105 0

The Klezmatics - Di elter lyrics

זיצט די עלטער ניט געשמאַק זאָגן אלע זקנים די דעמבעס קומט די האק, אין אַ טאג אַ שיינעם ווען די דעמבעס ווערן אלט פאַלן זיי אין מיטן וואַלד. ווערט דער שטאָלצער אָדלער אַלט, איז זייַן שוווּנג אַ ליגן און דער אלטער לייב אין וואַלד, זיצט און כאַפּט זיך פליגן שטאַרקע לייבן ווערן אלט פאַלן זיי אין מיטן וואַלד אַף דער עלטער איז ניט גוט זאָגט מען אַף דער עלטער קעלטער ווערט דאס הייזע בלוט פויגלען ווערן עלטער פלינקע פויגלען ווערן אלט פאַלן זיי אין מיטן וואַלד. אַף דער עלטער ווערט מען אַלט, קילער ווערט דער פלאַקער נאר דער וויין ווען ער איז אלט איז ער נאך געשמאַקער. נאר דער אלטער וויין איז גוט זאָל ער וואַרעמען דאס בלוט. וועט מיין האַרץ ניט ווערן גרוי וועט מיין וואָרט ניט קילן וועט אין וועג דער קאלטער טוי מייַן געזאַנג ניט שטילן אויבּ כ׳וועל מוזן אַלט שוין זייַן, וויל אין אלט זיין ווי דער וויין בּיז אין עלטער האט איר שטויב אף מייַן קאָפּ פאַרלאָרן, טוט דעם אַלטן ווייַן אַ הויבּ, פאר די יונגע יאָרן. פאַרן אייבּיק גרינעם וואַלד, פאַרן מענטש, איר ווערט נאַכט אַלט