פֿאַרקױפֿן די זאַפּאָשקעלעך און פֿאָרן אױף דידראָשקעלעך אַבי מיט דיר אין אײנעם צו זײַן אױ, איך אָן דיר און די אָן מיר װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר קעצעלע, פֿײגעלע מײַן אױ, פֿײַן אױף די װאַגזאָלעכלעך און פֿאַרקױפֿן פֿרעמדע שאָלעכלעך אַבי מיט דיר אין אײנעם צו זײַן אױ, איך אָן דיר און די אָן מיר װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר קעצעלע, פֿײגעלע מײַן אױ, שלאָפֿן אָן אַ קישעלע און עסן אָן אַ טישעלע אַבי מיט דיר אין אײנעם צו זײַן אױ, איך אָן דיר און די אָן מיר װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר קעצעלע, פֿײגעלע מײַן אױ, שלאָפֿן אױף די װאַגזאָלעכלעך און װאַשן פֿרעמדע פּאָלעכלעך אַבי מיט דיר אין אײנעם צו זײַן אױ, איך אָן דיר און די אָן מיר װי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר קעצעלע, פֿײגעלע מײַן